Популярное

Музыка Кино и Анимация Автомобили Животные Спорт Путешествия Игры Юмор

Интересные видео

2025 Сериалы Трейлеры Новости Как сделать Видеоуроки Diy своими руками

Топ запросов

смотреть а4 schoolboy runaway турецкий сериал смотреть мультфильмы эдисон
dTub
Скачать

שבת פרשת יתרו - יז שבט געפאלט די צענטע יארצייט פון אונזער רבי, אונזער טאטע - מוהרא"ש זכותו יגן עלינו

Автор: הערט, און הייבט אן לעבן

Загружено: 2025-02-10

Просмотров: 999

Описание:

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן

לכבוד ... נרו יאיר

קומענדיגע וואך, שבת פרשת יתרו - געפאלט די צענטע יארצייט פון אונזער רבי, אונזער טאטע - מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מיר וועלן זיך צאמנעמען אלע אנשי שלומינו, אלע תלמידים, מוצאי שבת, צו סעודת מלוה מלכה און יארצייט סעודה, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די אוצרות וואס מיר האבן באקומען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.

די יארצייט סעודה וועט זיין אינאיינעם מיט א מסיבה פאר די קרן הדפסה היכל הקודש, די פאסיגסטע זאך איז צאמשטעלן די צוויי אינאיינעם, ווייל הדפסה והפצה איז געווען דאס שווארץ אפפעל פון מהרא"ש. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן אויף פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים עצות און חיזוק פאר די וועלט. עס איז נישט צו משיג זיין וואס מוהרא"ש האט געטון, א אינגערמאן, איינער אליין - זאל זיך אריינווארפן אין צענדליגער טויזנטער דאלער חובות צו דרוקן די ספרים, ווען קיינער ווייסט נישט פון די ווארט 'ברסלב', קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז, און מוהרא"ש, א אינגערמאן איינער אליין - דרוקט און דרוקט, און גייט אליין ארום ביי די הייזער און אין שולן און פארקויפט און טיילט די ספרים, ער קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט נישט אויף בזיונות, אויף גארנישט.

תלמידי היכל הקודש דארפן אלע עוסק זיין אין הדפסה והפצה, איינער מיט געלט, איינער מיט רצון און איינער מיט טרחה, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט איידער זיין הסתלקות (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).

מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט א ירושה, מוהרא"ש שרייבט אינעם בריוו מאנטאג פרשת יתרו, פיר טעג פארן הסתלקות: "הִשְׁאַרְתִּי אַחֲרַי יְרוּשָׁה גְדוֹלָה וְהֵם שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' שֶׁמִסְתַּכֵּם כְּבָר עַד הַשָּׁנָה הַזּוֹ לְּמַעְלָה מִשִּׁבְעִים אֶלֶף מִכְתָּבִים", איך האב איבערגעלאזט א ירושה 'שאלות ותשבות אשר בנחל', זיבעציג טויזנט בריוו, "וְלָכֵן אֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶת כָּל אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ תַּעַזְרוּ לִי שֶׁיֵּצֵא כָּל חֶלְקֵי שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אֲשֶׁר בַּנַּחַל' לָאוֹר עוֹלָם", בעט איך אלע אנשי שלומינו, העלפט מיר דרוקן אלע בענדער אשר בנחל, "כָּל אֶחָד שֶׁיִּקַּח עַל עַצְמוֹ כַּמָּה כְּרָכִים לְהַדְפִיס אֶת זֶה", יעדער זאל נעמען א באנד צו דרוקן, "וְזֶה הַיְרוּשָׁה הַיְחִידִית שֶׁהִשְׁאַרְתִּי מִמֶּנִּי", דאס איז די איינציגסטע ירושה וואס איך לאז איבער נאך מיר; זאלסטו העלפן דרוקן אשר בנחל, וועסטו האבן א חלק אין די ירושה.

איך האף דו וועסט קומען און העלפן דעם קרן הדפסה וואס מיר האבן אויפגעשטעלט אין שטעטל און מען דרוקט אן אויפהער ספרים קונטרסים גליונות - וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זאלסטו זיך טיילן מיט די ירושה, טון דעם ווילן פון מוהרא"ש. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה בזה הלשון: "דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט אָפְּדְרוּקְן דִי אַלֶע בְּרִיוְון אוּן מֶען זָאל עֶס אִיבֶּערְדְרוּקְן נָאכְאַמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוֹיף דִי אַלֶע סְפָרִים קֶען מֶען נִישְׁט שְׁרַייבְּן: 'כָּל הַזְּכֻיּוֹת שְׁמוּרוֹת', קֵיינֶער קֶען נִישְׁט זָאגְן אַז נָאר עֶר הָאט דִי רֶעכְט דָאס צוּ דְרוּקְן. נָאר יֶעדֶער מֶעג אוּן קֶען עֶס דְרוּקְן, אוּן אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".

דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

שבת פרשת יתרו - יז שבט געפאלט די צענטע יארצייט פון אונזער רבי, אונזער טאטע - מוהרא"ש זכותו יגן עלינו

Поделиться в:

Доступные форматы для скачивания:

Скачать видео mp4

  • Информация по загрузке:

Скачать аудио mp3

Похожие видео

הדלקת נר ח' דחנוכה. אם ר' מיילך בידרמן,  תשפ

הדלקת נר ח' דחנוכה. אם ר' מיילך בידרמן, תשפ"ו | Rabbi Elimeilech Biderman

Мухаммед Али против Ивана Драго! Этот Бой не Забыть...

Мухаммед Али против Ивана Драго! Этот Бой не Забыть...

מה שהולך לקרות באיראן - כתוב בפרשה !!

מה שהולך לקרות באיראן - כתוב בפרשה !!

הבאנו שלום עליכם/ Hevenu Shalom Alehem /Jerusalem Academy flashmob for Taglit at Ben Gurion Airport

הבאנו שלום עליכם/ Hevenu Shalom Alehem /Jerusalem Academy flashmob for Taglit at Ben Gurion Airport

ווי כ'האָב אויפֿגעהערט מורא צו האָבן און אָנגעהויבן ליב האָבן ייִדיש

ווי כ'האָב אויפֿגעהערט מורא צו האָבן און אָנגעהויבן ליב האָבן ייִדיש

Zakazana broń, która zmusiła Mongołów do ucieczki z Europy (nigdy nie wrócili)

Zakazana broń, która zmusiła Mongołów do ucieczki z Europy (nigdy nie wrócili)

Азербайджан ПОДНЯЛ войска! Алиев отдал приказ ГНАТЬ русских. Баку прощается с Москвой / Арсенал

Азербайджан ПОДНЯЛ войска! Алиев отдал приказ ГНАТЬ русских. Баку прощается с Москвой / Арсенал

בא שבת-חבריא קווייער🎤יצחק פריינד🎹

בא שבת-חבריא קווייער🎤יצחק פריינד🎹

הושענא רבה 🎙

הושענא רבה 🎙

Рав Даниэль Булочник. Недельная глава

Рав Даниэль Булочник. Недельная глава "Ваигаш". 5786

Бойцы группировки ВОСТОК штурмуют центр ГУЛЯЙПОЛЯ! Военные сводки 23.12.2025

Бойцы группировки ВОСТОК штурмуют центр ГУЛЯЙПОЛЯ! Военные сводки 23.12.2025

🔴 СРОЧНО Трамп готовится к войне? Новый скандал с Гренландией #новости #одиндень

🔴 СРОЧНО Трамп готовится к войне? Новый скандал с Гренландией #новости #одиндень

HEBREW! How Great is Our God 👉 Gadol Elohai by Joshua Aaron in Jerusalem, Israel | Messianic Worship

HEBREW! How Great is Our God 👉 Gadol Elohai by Joshua Aaron in Jerusalem, Israel | Messianic Worship

‼️РОСІЯНИН ЛЕДЬ НЕ ВПАВ! Історик шокував фактами про війну

‼️РОСІЯНИН ЛЕДЬ НЕ ВПАВ! Історик шокував фактами про війну

רציונליות ואמונה - הרב ינון קלזאן

רציונליות ואמונה - הרב ינון קלזאן

מעמד הדלקת נר חנוכה ירוחם תשפ

מעמד הדלקת נר חנוכה ירוחם תשפ"ו

⚡Утренний выпуск новостей 23.12.25

⚡Утренний выпуск новостей 23.12.25

Новости Израиля. СРОЧНО! ИРАН ЗАПУСТИЛ РАКЕТЫ! №1164. Радио Наария #израиль #новости #news

Новости Израиля. СРОЧНО! ИРАН ЗАПУСТИЛ РАКЕТЫ! №1164. Радио Наария #израиль #новости #news

Израиль в учебниках мусульманских стран

Израиль в учебниках мусульманских стран

© 2025 dtub. Все права защищены.



  • Контакты
  • О нас
  • Политика конфиденциальности



Контакты для правообладателей: [email protected]